På vår webbplats använder vi cookies som gör att ditt besök ska fungera bättre. Genom att surfa vidare godkänner du att vi använder cookies. Mer om cookies.
אַן איניונקציע צו באַצאָלן איז אַ פֿאָדערונג. דאָס הײסט, בכּלל, אַז אַן אינדיװיד אָדער אַ פֿירמע מײנט אַז איר זענט זײ שולדיק געלט.
װען איר קריגט אַ בריװ פֿון אונדז, איז עס בכּלל װעגן דעם, װאָס אַן אינדיװיד אָדער אַ פֿירמע מײנט אַז איר זענט זײ שולדיק געלט. דער בריװ איז אַן איניונקציע, נעמלעך אַן איניונקציע צו באַצאָלן. אָבער דער בריװ קען זיך אויך האַנדלען װעגן עפּעס אַנדערש. למשל:
טאָמער, האָט איר אַ חבֿוה – זאָלט איר דעם חובֿ גלײַך באַצאָלן צום אינדיװיד איר זענט שולדיק געלט, אָדער אַ פֿאַרטרעטער. אַ פֿאַרטרעטער איז עמעצער װאָס פֿירט אָן מיט אַן אויפֿגאַבע ער האָט געקראָגן פֿון עמעצן אַנדערש.
טאָמער, קענט איר נישט באַצאָלן, קומט אײַער חובֿ צו אונדז. מיר רעגיסטרירן דעם חובֿ אין אונדזער רעגיסטער.
טאָמער, מײנט איר אַז איר האָט נישט קײן חובֿ, זאָלט איר אונגז צושרײַבן און דערקלערן װאָס איז נישט ריכטיק – דאָס הײסט אַז איר דערקלערט די איניונקציע פֿאַר בטל.
געדענקט, אַז איר זאָלט שרײַבן אײַער
איר געפֿינט דעם ענין־נומער אין דעם בריװ װעגן דער איניונקציע צו באַצאָלן.
טאָמער, שטעלט איר זיך נישט אין פֿאַרבינקונד מיט אונדז, באַשליסן מיר אַז עס איז דאָ אַ חובֿ און אַז איר זענט שולדיק די דאָזיקע חובֿ צו אײַנצאָלן. מיר רעגיסטרירן אײַער חובֿ אין אונדזער רעגיסטער. דערפֿאַר, זאָלט איר זיך יאָ שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז אויב איר מײנט אַז איר האָט נישט אַזאַ חובֿ.
דער קומענדיקער בריװ װעט זײַן װעגן דעם, װאָס איר האָט אַ חובֿ צו באַצאָלן.
Blanketter/Trycksaker
Telefonnummer till växel och kundservice:
0771-73 73 00
Måndag-fredag klockan 8-16.