װאָס איז אַ חובֿ־אויסרײניקונג?
אַ חובֿ־אויסרײניקונג איז אַן אויסצאָל־סיסטעם פֿאַר באַצאָלן אַ טײל חובֿ אין משך פֿון עטלעכע יאָר. 5 יאָר פֿאַר אינדיװידן און 3 יאָר פֿאַר פֿירמעס. נאָך דער אויסרײניקונג דאַרפֿט איר נישט צאָלן מער.
װער קען אַ חובֿ־אויסרײניקונג באַקומען?
טאָמער, האָט איר אַ סך גרויסע חובֿות קענט איר אפּליקירן אויף חובֿ־אויסרײניקונג. אי אינדיװידן אי פֿירמעס קענען אַפּלירירן.
װעלכע פֿאָדערונגען זײַנען דאָ?
- עס איז אײַך נישט מיגלעך צו באַצאָלן אײַערע חובֿות אין משך פֿון אַ סך יאָר.
- עס איז אַ גוטע ברירה פֿאַר אײַך צוליב אײַער פּערזענלעכן און עקאָנאָמישן מצבֿ.
- איר װוינט, אַרבעטן אָדער האָט אײַערע חובֿות אין שװעדן.
- האָט איר אַ פּריװאַטע פֿירמע זאָל מען קענען גרינג זען װאָס איז אײַער פּערזענלעכע עקאָנאָמיע און װאָס איז אײַער פֿירמעס עקאָנאָמיע.
- איר קענט נישט זײַַן פֿאַרבאָטן פֿירן זיך אָן מיט אַ פֿירמע.
װי אַזוי טוט מען?
אַ קיצור:
- איר אפּליקירט אויף חובֿ־אויסרײניקונג װיִאַ אונדזער װעבזײַטל אָדער פּאַפּיר־פֿאָרמולאַר. טאָמער, איז עס אײַך שװער צו פֿאַרשטײן – קענט דער קאָמונאַלער עצה־געבער פֿון בודזשעט־ און חובֿ־פֿראַגעס אײַך העלפֿן.
- מיר פֿאָרשן אויס צי איר מצבֿ פֿאָדערט אַ חובֿ־אויסרײניקונג. אויב אַזוי, מאַכן מיר אַ פּרעלימינאַרן באַשלוס צו אָנהײבן מיט אַ חובֿ־אויסרײניקונג און װי פֿיל איר זאָלט באַצאָלן.
- איר מוזט אָנהײבן צאָלן לויטן אויסצאָל־סיסטעם גלײַך װען איר באַקומט דעם פּרעלימינערן באַשלוס.
- מיר שיקן אַ פֿאָרשלאָג צו צו אַלע די װעלכע איר זענט זײ שולדיק געלט. זײ קענען ענטפֿערן אויפֿן פֿאָרשלאָג. אינעם פֿאָרשלאָג זײַנען דאָ אַלע אײַערע חובֿות.
- שפּעטער קריגט איר אַ לעצטן באַשלוס. דאָ איז אינפֿאָרמאַציע װעגן װי אַזוי איר זאָלט דורכפֿירן די חובֿ־אויסרײניקונג.
- איר באַצאָלט לויטן אויסצאָל־סיסטעם. טאָמער, לעבט איר לויטן מינימאַלן לעבנס־סטאַנדאַרד קענט איר קריגן אַ באַשלוס אָן קײן אויסצאָל־סיסטעם. דאַן װעט איר נישט עפּעס אײַנצאָלן. אַ פֿירמע מוזט, אָבער, אַלע מאָל צאָלן לויט אַן אויסצאָל־סיסטעם.
- װען איר זענט פֿאַרטיק מיט דער חובֿ־אויסרײניקונג, בכּלל נאָך 5 יאָר פֿאַר אינדיװידן און 3 יאָר פֿאַר פֿירמעס, האָט איר נישט מער די חובֿות װאָס זײַנען געװען אַ טײל פֿון דער חובֿ־אויסרײניקונג.