På vår webbplats använder vi cookies som gör att ditt besök ska fungera bättre. Genom att surfa vidare godkänner du att vi använder cookies. Mer om cookies.
טאָמער, האָט איר אַ חובֿ װאָס איר האָט נישט באַצאָלט, קענט איר קריגן אַ פֿאַרשריבנע באַצאָל־באַמערקונג – אַן, אויף שװעדיש, אַ"ג „פּריק”. עס זײַנען די קרעדיט־אַגענטורן, פֿירמעס װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט אָפּשאַצן קרעדיט־פֿעיִקײט, װאָס פֿאַרשרײַבן די באַצאָל־באַמערקונגען אין דעם רעגיסטער. דערפֿאַר, זאָלט איר שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט זײ אויב איר האָט פֿראַגעס װעגן אַ ספּעציפֿיקע באַצאָל־באַמערקונג.
װען איר האָט אַ חובֿ װאָס איר האָט נישט באָצאָלט, קען דער װאָס װיל די באַצאָלונג קריגן הילף מיט דעם פֿון דער דורכפֿיר־אַגענטור. מיט דער צײַט פֿאַרשרײַבט מען אַײַער חובֿ אין אונדזער רעגיסטער. דאַן קענען די קרעדיט־אַגענטורן נעמען די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע און דערמיט האָט איר געקראָגן אַ פֿאַרשריבנע באַצאָל־באַמערקונג.
װאָס שײך אינדיװידן װאָס האָט נישט קײן פֿירמע, דערצײלן מיר נישט קײן אינפֿאָרמאַציע װעגן אַ"ג „אַלגעמײנע ענינים” - דאָס הײסט, למשל, חובֿות פֿאַר שטײַערן, געלטשטראָף אָדער אַלימענטן - פֿאַר דעם װאָס די צײַט צו צאָלן (AVI־צײַט) איז פֿאַרבײַ און איר האָט נאָך נישט באַצאָלט דעם חובֿ. אינדיװידן מוזן, למשל, צאָלן אַ שטײַער־חובֿ אין משך פֿון צװײ װאָכן. נאָך דעם קריגט מען אַ פֿאַרשריבנע באַצאָל־באַמערקונג.
איר קענט גרינג זען צי איר האָט אַ פֿאַרשריבנע באַצאָל־באַמערקונג דורך שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט די קרעדיט־אַגענטורן.
מיר קענען נישט ענטפֿערן קײן פֿראַגעס װעגן באַצאָל־באַמערקונגען. צוליב דעם, װאָס איר קענט האָבן אַ באַצאָל־באַמערקונג צוליב עפּעס װאָס האָט גאָר נישט צו טאָן מיט אונדזער אַרבעט.
די קרעדיט־אַגענטורן מעקן אויס אײַער באַצאָל־באַמערקונג.
Blanketter/Trycksaker
Telefonnummer till växel och kundservice:
0771-73 73 00
Måndag-fredag klockan 8-16.