På vår webbplats använder vi cookies som gör att ditt besök ska fungera bättre. Genom att surfa vidare godkänner du att vi använder cookies. Mer om cookies.
מיר קענען האַלטן אײַער חובֿ פֿאַר בסודיק. אויך אַנדערע ענינים, למשל, עקסמיסיעס, קענען זײַן בסודיקע. דאַן איז די אינפֿאָרמאַציע נישט מער עפֿנטלעך. דאָס הײסט אַז מיר טאָר נישט דערצײלן עמעצן װעגן דעם.
איר קענט אַפּליקירן אויף בסודיקײט. אײַער חובֿ איז אויטאָמאַטיש בסודיק אויב דער ענין קען נאָכקומען אונדזערע פֿאָדערונגען. טאָמער איז אַ חובֿ בסודיק, מוזן די קרעדיט־אַגענטורן אויסמעקן די אינפֿאָרמאַציע װעגן אײַער חובֿ.
נאָר די חובֿות װאָס איז געװען אַן ענין פֿאַר דער דורכפֿיר־אַגענטור קענען זײַן בסודיקע. פֿונעם 1טן דעצעמבער 2018 האָט מען די כּללים װעגן בסודיקײט פֿאַרענדערט.
מען פֿאָדערט די אָ זאַכן כּדי מע זאָל האַלטן אַ חובֿ פֿאַר בסודיק:
טאָמער, איר האָט באַצאָלט אַ חובֿ װאָס האַנדלט זיך װעגן נישט באַצאָלטע שטײַערן, אַלימענטן אָדער געלטשטראָפֿן (אַלגעמײנע חובֿות) פֿאַר דעם לעצטן באַצאָל־טאָג װערט אײַער חובֿ אויטאָמאַטיש בסודיק. די דאָזיקע כּללים איז נאָר פֿאַר אינדיװידן אָן קײן פֿירמע, און נאָר פֿאַר חובֿות צו דער מלוכה, קאָמונעס אָדער קאַונטיס. דער חובֿ מוז אויך זײַן רעגיסטרירט אין אונדזער רעגיסטער פֿאַר דעם 1טן דעצעמבער 2018
די כּללים װעגן בסודיקײט איז גילטיק אויך אויב מען האָט נײַע חובֿות אין משך פֿון די קומענדיקע צװײ יאָר. טאָמער, האָט איר באַצאָלט אײַער אַלטן חובֿ און האָט אַ נײַעם, װערט דער אַלטער חובֿ עפֿנטלעך נאָר אויב איר נישט באַצאָלט דעם נײַעם חובֿ צו דער צײַט.
עס זײַנען אויך פֿאַראַן אינפֿאָרמאַציעס װעלכע זײַנען געװען דאָ אויף דער דורכפֿיר־אַגענטור װאָס קענען נישט װערן בסודיקע אינפֿאָרמאַציעס. עס קען זײַן חובֿות צו אי אינדיװידן אי פֿירמעס. עס האַנדלט זיך װעגן חובֿות װוּ מיר האָבן זײ פֿעסטגעשטעלט מיט אַ באַשלוס. אַזוינע חובֿות זײַנען תּמיד עפֿנטלעכע. מע קען אַזאַ באַשלוס אויסמײַדן דורך גיך באַצאָלן דעם חובֿ, פֿאַר דעם װאָס מיר הײבן אָן מיט אַן אויספֿאָרשונג.
טאָמער, איר קענט נישט נאָכקומען די פֿאָדערונגען איז אײַער חובֿ אַן עפֿנטלעכער.
װײַטער אינפֿאָרמאַציע און אַ רשימה מיט קרעדיט־אַגענטורן זײַנען דאָ אויפֿן װעבזײַטל פֿון דער דאַטן־אינספּעקציע.
Blanketter/Trycksaker
Telefonnummer till växel och kundservice:
0771-73 73 00
Måndag-fredag klockan 8-16.