ייִדיש (...

אונדזערע אויפֿגאַבעס

מיר האָבן קלאָרע דירעקטיװן װאָס שײך אונדזערע אויפֿגאַבעס. מיר העלפֿן די װאָס האָט נישט געקראָגן קײן באַצאָלונג און שטיצן די װאָס האָט נישט גענוג געלט כּדי צו באַצאָלן. די רעגירונג באַשטימט יעדעס יאָר װי אַזוי מיר זאָלן זיך אָנפֿירן מיט אונדזער אַרבעט און װעלכע אויפֿגאַבעס מיר זאָלן פּריאָריטירן.

אויפֿגאַבעס פֿון דער רעגירונג

די רעגירונג דערקלערט אונדזערע אויפֿגאַבעס אין דער פֿאַראָרדענונג מיט אינסטרוקציעס פֿאַר דער דורכפֿיר־אַגענטור. אינעם כּלל־בריװ איז דאָ אינפֿאָרמאַציע װעגן װי אַזוי מיר זאָלן זיך אָנפֿירן מיט אונדזער אַרבעט און װעלכע אויפֿגאַבעס מיר זאָלן פּריאָריטירן אין משך פֿונעם אַקטועלן יאָר. די רעגירונג װיל אַז מיר זאָלן:

  • באַטײליקן זיך אין פֿאַרזיכערן די פֿינאַנצירונג פֿון דעם עפֿנטלעכן סעקטאָר.
  • באַטײליקן זיך אין שאַפֿן אַ גוטע געזעלשאַפֿט װאָס אַרבעט פֿאַר אי בירגער אי פֿירמעס.
  • פֿאַרהיטן פֿאַרברעכערײַ

מיר האָבן די אָ אויפֿגאַבעס צוזאַמען מיט דער שטײַער־אַדמיניסטראַציע און דעם צאָלאַמט.

װי אַזוי טוען מיר?

מיר פֿירן אָן מיט אונדזערע אויפֿגאַבעס דורך פֿאַרזיכערן אַז מע באַצאָלט די װאָס האָט אַ רעכט צו קריגן אַ באַצאָלונג. װער נײטיקט זיך אין אונדזער הילף? עס קען זיך האַנדלט װעגן מלוכישע אַדמיניסטראַציעס, קאָמונעס, פֿירמעס אָדער פּשוטע מענטשן.

מיר העלפֿן אויך די װאָס מוזן באַצאָלן אַ חובֿ כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז עס געשעט לויט דער געזעצלעכער אָרדענונג. צוליב דעם אַרבעטן מיר צו פֿאַרהיטן שװערע חובֿות, אָנבאָטן חובֿ־אויסרײניקונג און העלפֿן מיט קאָנפֿליקטן װעלכע האָבן נישט צו טאָן מיט באַצאָלונגען, למשל עקסמיסיעס.

מיר האָבן קײן מאָל נישט קײן פּניה.

צי האָבן מיר אויך אַנדערע אויפֿגאַבעס?

יאָ, מיר האָבן אַ סך אַנדערע אויפֿגאַבעס. דאָ זײַנען אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון די דאָזיקע אַנדערע אויפֿגאַבעס:

  • דער מיט שװערע חובֿות קען אַפּליקירן אויף חובֿ־אויסרײניקונג. מיר העלפֿן אים קומען צוריק צום געזעלשאַפֿטלעכן לעבן, אָן קײן חובֿות.
  • מיר אַרבעטן צוזאַמען מיט אַנדערע מלוכישע אַדמיניסטראַציעס, פֿירמעס און אָרגאַניזאַציעס, כּדי מיר זאָלן פֿאַרקלענערן דעם צאָל מענטשן מיט פּערמאַנענטע פּראָבלעמען װען ס'קומט צו באַצאָלן חובֿות.
  • מיר קאָנטראָלירן װי אַזוי די אָנפֿירערס פֿון אַן עקסמיסיע אַרבעטן.
  • מיר אַרבעטן כּדי יוגנט און דערװאַקסנע זאָלן װיזן מער װעגן דער פּריװאַטער עקאָנאָמיע.
  • מיר זײַנען דאָ אין משך פֿון עקסמיסיעס צוליב דעם װאָס מע האָט נישט באַצאָלט דירה־געלט.מיר זײַנען מבֿנים װאָס שײך חובֿות און די עפֿעקטן פֿון חובֿות, אי װען ס'קומט צו געזעלשאַפֿט אי אינדיװידן. מיר שטיצן און פֿינאַנצירט פֿאָרשונג װעגן חובֿות כּדי מיר זאָלן װיזן אַפֿילו מער.

Sammanfattning på svenska

Vårt uppdrag

Vi har ett tydligt uppdrag. Vi hjälper den som inte fått betalt och vi ger stöd och råd till den som ska betala. Vi ser också till att betalningar sker på ett rättssäkert sätt. Det är regeringen som varje år bestämmer hur vi ska utföra vårt uppdrag och vad vi ska prioritera.

Uppdrag från regeringen

Regeringen ger oss vårt uppdrag i Förordningen med instruktion för Kronofogdemyndigheten. I regleringsbrevet står det hur vi ska utföra vårt uppdrag och vad vi ska prioritera under året. Regeringens uppdrag till oss är att vi ska:

  • bidra till att säkerställa finansieringen av den offentliga sektorn,
  • bidra till ett väl fungerande samhälle för medborgare och näringsliv,
  • motverka brottslighet.

Uppdraget delar vi med Skatteverket och Tullverket.

Hur gör vi det?

Vi genomför vårt uppdrag genom att se till att den som har rätt att få betalt får det. Det kan vara myndigheter, kommuner, företag eller privatpersoner som ansöker om vår hjälp med att få betalt.

Vi ger även stöd till den som ska betala sina skulder och ser till att betalningar sker på ett rättssäkert sätt. Detta gör vi bland annat genom att arbeta förebyggande, erbjuda skuldsanering och genom att hjälpa till vid tvister som inte rör betalning, till exempel i samband med en vräkning.

Vi tar aldrig ställning för eller emot någon av de inblandade.

Vad gör vi mer?

Men vi gör mycket mer. Här kommer några exempel:

  • Den som är svårt skuldsatt kan ansöka om skuldsanering hos oss. Vi ger stöd så att den skuldsatta kan komma tillbaka till ett liv utan skulder.
  • Vi samverkar med olika myndigheter, företag och organisationer för att minska antalet överskuldsatta i samhället, det vill säga minska gruppen som har mer eller mindre permanenta problem med att betala sina skulder.
  • Vi granskar konkursförvaltarnas hantering av konkurser.
  • Vi arbetar för att öka kunskaperna om privatekonomi bland unga och vuxna.
  • Vi är inblandade när någon som inte har betalat sin hyra ska vräkas.
  • Vi är en expertmyndighet med stor kunskap om skuldsättningens effekter, både för samhället och för den enskilda individen. Vi stöder och finansierar både egen och extern forskning för att öka vår kunskap.