På vår webbplats använder vi cookies som gör att ditt besök ska fungera bättre. Genom att surfa vidare godkänner du att vi använder cookies. Mer om cookies.
מיר האָבן קלאָרע דירעקטיװן װאָס שײך אונדזערע אויפֿגאַבעס. מיר העלפֿן די װאָס האָט נישט געקראָגן קײן באַצאָלונג און שטיצן די װאָס האָט נישט גענוג געלט כּדי צו באַצאָלן. די רעגירונג באַשטימט יעדעס יאָר װי אַזוי מיר זאָלן זיך אָנפֿירן מיט אונדזער אַרבעט און װעלכע אויפֿגאַבעס מיר זאָלן פּריאָריטירן.
די רעגירונג דערקלערט אונדזערע אויפֿגאַבעס אין דער פֿאַראָרדענונג מיט אינסטרוקציעס פֿאַר דער דורכפֿיר־אַגענטור. אינעם כּלל־בריװ איז דאָ אינפֿאָרמאַציע װעגן װי אַזוי מיר זאָלן זיך אָנפֿירן מיט אונדזער אַרבעט און װעלכע אויפֿגאַבעס מיר זאָלן פּריאָריטירן אין משך פֿונעם אַקטועלן יאָר. די רעגירונג װיל אַז מיר זאָלן:
מיר האָבן די אָ אויפֿגאַבעס צוזאַמען מיט דער שטײַער־אַדמיניסטראַציע און דעם צאָלאַמט.
מיר פֿירן אָן מיט אונדזערע אויפֿגאַבעס דורך פֿאַרזיכערן אַז מע באַצאָלט די װאָס האָט אַ רעכט צו קריגן אַ באַצאָלונג. װער נײטיקט זיך אין אונדזער הילף? עס קען זיך האַנדלט װעגן מלוכישע אַדמיניסטראַציעס, קאָמונעס, פֿירמעס אָדער פּשוטע מענטשן.
מיר העלפֿן אויך די װאָס מוזן באַצאָלן אַ חובֿ כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז עס געשעט לויט דער געזעצלעכער אָרדענונג. צוליב דעם אַרבעטן מיר צו פֿאַרהיטן שװערע חובֿות, אָנבאָטן חובֿ־אויסרײניקונג און העלפֿן מיט קאָנפֿליקטן װעלכע האָבן נישט צו טאָן מיט באַצאָלונגען, למשל עקסמיסיעס.
מיר האָבן קײן מאָל נישט קײן פּניה.
יאָ, מיר האָבן אַ סך אַנדערע אויפֿגאַבעס. דאָ זײַנען אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון די דאָזיקע אַנדערע אויפֿגאַבעס:
מיר זײַנען מבֿנים װאָס שײך חובֿות און די עפֿעקטן פֿון חובֿות, אי װען ס'קומט צו געזעלשאַפֿט אי אינדיװידן. מיר שטיצן און פֿינאַנצירט פֿאָרשונג װעגן חובֿות כּדי מיר זאָלן װיזן אַפֿילו מער.
Blanketter/Trycksaker
Telefonnummer till växel och kundservice:
0771-73 73 00
Måndag-fredag klockan 8-16.