På vår webbplats använder vi cookies som gör att ditt besök ska fungera bättre. Genom att surfa vidare godkänner du att vi använder cookies. Mer om cookies.
טאָמער איר געהערט צו אײנער פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן האָט איר אַ רעכט צו ניצן אײַער שפּראַך װען איר זענט אין קאָנטאַקט מיט די מאַכטאָרגאַנען. דאָ װעט איר װיסן װעלכע רעכט איר האָט בנוגע אײַער שפּראַך און װעלכע פֿאָדערונגען איר קענט שטעלן אױף אײַער קאָמונע און אױף אַנדערע אינסטאַנצן.
דעם 1טן יאַנואַר 2120 איז געקומען אַ נײַ געזעץ װעגן נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און מינאָריטעט-שפּראַכן. אַלס
נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן װערן גערעכנט י י דן, ראָמען, סאַמען, שװעדישע פֿינען און טאָרנעטאָלער. די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט-שפּראַכן זײַנען י י דיש, ראָמיש )ראָמאַני טשיב(, סאַמיש, פֿיניש און מעענקיעלי) meänkieli(.
דאָס געזעץ זאָגט אַז די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט-שפּראַכן װעלן געשיצט און געשטיצט װערן. װער עס געהערט צו אַ נאַציאָנאַלער מינאָריטעט װעט האָבן דאָס רעכט צו לערנען, אַנטװיקלען און ניצן די אײגענע מינאָריטעט-שפּראַך. די
מאַכטאָרגאַנען װעלן זיך צוהערן צו די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און זאָרגן פֿאַר זײערע באַדערפֿענישן. די מאַכטאָרגאַנען זײַנען פֿאַרפֿליכטעט צו אינפֿאָרמירן װעגן אײַערע רעכט, אומָאָפּהענגיק װעלכע מינאָריטעט-שפּראַך איר רעדט און װוּ איר װױנט אין שװעדן.
ספּעציעל שטאַרקע רעכט האָבן די װאָס רעדן פֿיניש, מעענקיעלי אָדער סאַמיש און װױנען אין אַ קאָמונע געהערנדיק צו אַ פֿאַרװאַלטונגס-באַצירק. דאָ אונטן קענט איר געװױער װערן צי אײַער קאָמונע געהערט צו אַ פֿאַרװאַלטונגס-באַצירק. אױב איר װױנט אין אַ קאָמונע געהערנדיק צו אַ פֿאַרװאַלטונגס-באַצירק האָט איר אַ רעכט צו פֿאַרשטענדיקן זיך מיט די מאַכטאָרגאַנען אױף אײַער שפּראַך. איר קענט פֿאָדערן אַן ענטפֿער, בעל-פּה אָדער בכּתבֿ, אין דער זעלבער שפּראַך.
איר קענט פֿאָדערן אַז דאָס זאָרגן פֿאַר קראַנקע און קינדער זאָל טײלװײַז אָדער אין גאַנצן זײַן אױף פֿיניש, מעענקיעלי אָדער סאַמיש.
טאָמער איר װױנט אין אײנער פֿון די קאָמונעס קירונאַ, יעליװאַרע, אַריעפּלאָג, יאָקמאָק, הַאַפּאַראַנדאַ, פּײַאַלאַ אָדער איבערטאָרנעאָ האָט איר אַ רעכט צו באַניצן זיך מיט אײַער מינאָריטעט-שפּראַך אין די קאָנטאַקטן מיטן געריכט.
װױנט איר אין אַ קאָמונע אױסערן פֿאַרװאַלטונגס-באַצירק װעט איר אױך קענען קאָנטאַקטירן זיך מיט די מאַכטאָרגאַנען אױף פֿיניש, מעענקיעלי אָדער סאַמיש און אױך באַקומען זאָרג פֿאַר אַלטע אױף אָט די דערמאָנטע שפּראַכן, אױב דאָרטן געפֿינען זיך פּערסאָנאַל װעלכע רעדן די שפּראַכן. די מאַכטאָרגאַנען זאָלן צוזען אַז מען װעט האָבן פּערסאָנאַל װאָס קענען די שפּראַכן װען מען נײטיקט זיך אין זײ.
אומָאָפּהענגיק װוּ איר װױנט װעט איר כּסדר קענען שרײַבן אױף פֿיניש, מעענקיעלי אָדער סאַמיש צו די אָמבודסמענער פֿונעם פּאַרלאַמענט, דעם יוסטיציע-קאַנצלער, דער פֿאַרזיכערונגס-קאַסע, דעם שטײַעראַמט און דעם אָמבודסמאַן קעגן דיסקרימינאַציע.
אױב אײַער קאָמונע אָדער אַנדערע אינסטאַנצן טוען ניט פֿאָלגן דעם געזעץ, זאָלט איר זיך קאָנטאַקטירן מיט דער שטאָקהאָלמער פּראָװינצפֿאַרװאַלטונג) Länsstyrelsen i Stockholms län( אָדער דעם סאַמישן פּאַרלאַמענט )Sametinget(, װעלכע זײַנען שולדיק צוצוזען אַז מען פֿאָלגט דעם געזעץ. דער סאַמישער פּאַרלאַמענט איז פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר סאַמיש און פַאַ ר איבעריקע לשונות איז פֿאַראַנטװאָרטלעך די שטאָקהאָלמער פּראָװינצפֿאַרװאַלטונג.
די ָאָפּטײלונג פֿאַר מינאָריטעט-פֿראַגעס בײַ דער שטאָקהאָלמער פּראָװינצפֿאַרװאַלטונג )Enheten för
)minoritetsfrågor vid Länsstyrelsen i Stockholms län
טעלעפֿאָן 087854000
דער סאַמישער פּאַרלאַמענט )Sametinget(
טעלעפֿאָן 098078030
דאָ קענט איר זען װעלכע קאָמונעס עס געהערן די פֿאַרשײדענע פֿאַרװאַלטונגסבאַצירקן. אַנדערע קאָמונעס קענען מעלדעװען זײער אינטערעס צו װערן אַ טײל פֿון אַ פֿאַרװאַלטונגסבאַצירק.
באָרלענגע, באָראָס, בוטשירקאַ, דעגערפֿאָרס, עסקילסטונאַ, פֿאַגערסטאַ, פֿינספּאָנג, יעװלע, געטעבורג, הַאַפּאַראַנדאַ ,האַלסטאַהאַמאַר, האַנינגע, הופֿאָרס, הודינגע, האָבו, העלעפֿאָרס, יעליװאַרע, קאַליקס, קאַרלסקוגאַ, קירונאַ, טשעפּינג ,לינדעסבערג, לולעאָ, מוטאַלאַ, נאָרטשעפּינג, נאָרטעליע, פּײַאַלאַ, סאַנדװיקען, סיגטונאַ, שינסקאַטעבערג, שעװדע, סאָלנאַ ,סונדביבערג, סונדסװאַל, סוראַהאַמאַר, סעדערטעליע, טיערפּ, טראָלהעטאַן, טראָסאַ, שטאָקהאָלם, אודעװאַלאַ, אופּלאַנדס-ברו, אופּלאַנדס-װעסבי, אופּסאַלאַ, אומעאָ, װעסטעראָס, עלװקאַרלעבי, ענטשעפּינג, ערעברו, עסטעראָקער, עסטהאַמאַר ,אײבערטאָרנעאָ, לודװיקאַ, מאַריעסטאַד, ניקװאַרן, אָקסעלעסונד, סמעדי עסונד און טרעלעבאָר.
אַריעפּלוג, אַרװידסיאַור, בערג, דאָראָטעאַ, העריעדאַלען, יאָקמאָק, יעליװאַרע, קירונאַ, קרוקאָם, ליקסעלע, מאַלאָ ,סאָרסעלע, סטאָרומאַן, סטרעמסונד, אומעאָ, װילהעלמינאַ, אָרע, עלװדאַלען און עסטערסונד.
יעליװאַרע, הַאַפּאַראַנדאַ, קאַליקס, קירונאַ, פּײַאַלאַ און אײבערטאָרנעאָ.
װײַטער אינפֿאָרמאַציע
Hjälpsidor
Blanketter/Trycksaker
Telefonnummer till växel och kundservice:
0771-73 73 00
Måndag-fredag klockan 8-16.